סאן פראנציסקא = קעיר נעמען פון פּראבלעמען אין די פריע פאזעס

ערש”ק נשא תשע”א

יוסי געשטעטנער

מען האט דאס שוין באשריבן אין די צייטונגען און באריכטעט אויף קול מבשר: סאן פראנציסקא, אמעריקע’ס דרייצנסטע גרעסטע שטאט און קאליפארניע’ס פערט-גרעסטע שטאט וויל האבן א רעפערענדום שפּעטער אין יאר וואס  וועט פארבאטן פאר עלטערן צו מקיים זיין מצות מילה פאר מענטשן אונטער די אכצן יאר אלט. אויב די רעפרענדום ווערט באשטעטיגט, וועלן פארלעצער קענען באקומען ביז א יאר טורמע און אויך א געלט קנס.

אויבנאויפיג קען מען האלטן אז די געשיכטע דארף קיינעם נישט אנגיין ווייל די קאנסטיטוציע באשיצט דאך רעליגיע, אבער די שטיצער פונעם געזעץ האבן דערויף אן ענטפער אז ‘רעליגיע ענדיגט זיך ביי דיר, דיין קערפּער; קענסט עס נישט ארויף לייגן אויף אן אנדערן.’

אויך טראכט מען אז די אישו איז דאך די אנדערע זייט אמעריקע, אלזא פארוואס זאל דאס אנגיין פאר מענטשן אין פלארידא צי ניו יארק? אבער מען זאל אין אכט נעמען אז אסאך געזעצן אין אמעריקע זענען ערשט איינגעפלאנצט געווארן אין סאן פראנציסקא און שפּעטער איז דאס אנגעקומען ערגעץ אנדערש. אין פאקט, סאנטא מאניקא קאליפארניע – א שטאט מיט אכציג טויזנט איינוואוינער – האלט איצט אינמיטן ארויף לאזן אן ענליכע רעפרענדום אויף איר שטימען צעטליך.

נישט אומזיסט ווארננט די משנה אין אבות אל תהיה מפליג לכל דבר, אויף וואס די ברטונירא ווארענט אז “זאג נישט אז א זאך איז ווייט און עס פעלט מיר נישט אויס צו דאגה’ן דערפון.”

אויף קיין פאל וויל איך דא אטאקירן שלום מרדכי רובאשקין, אבער אויב דענקט מען גוט, האט די “פּיטא” גרופּע חברה שוין אזוי פרי ווי אין 2004 ארויס געלייגט א ווידעא קעגן אגריספּראסארס, און אזוי טריט נאך טריט האט מען אויפגעגעסן דעם מענטש, זיין נאמען און זיין פירמע, אז פיר יאר שפּעטער האט מען ניטאמאל געקענט האבן אן אויפריכטיגע דזשורי וואס זאל אורטיילן אויף דעם אישו. פון זיין פאל קען מען זען, אז אויב א פּראבלעם קריכט ארויס פון איר ווינקל, דארף מען דאס ערנסט נעמען שוין אין די ערשטע מאמענט, ווייל אויב נישט וואקסט עס מער און מער.

צוליב דעם האט א גרופּע עסקנים אוועק געשטעלט “אות ישרא-ל’ און שוין ארויסגעלייגט רעקלאמעס וואו מען דערמאנט מענטשן איבער דעם סאן פראנציסקא אישו און מען בעט דארט פאר פינאנצן אונטערצושטיצן א פּאליטישע און אויך מעגליך א לעגאלע קאמפּיין. צוביסליך וועט מען אי”ה פארברייטערן דעם בליץ בעת וואס געוויסע יסודות דארפן נאך ווערן אהער געשטעלט, אבער עטליכע זאכן זענען זיכער: עס איז א פּראבלעם וואס מען קען נישט איגנארירן, און הילף פון כלל ישרא-ל וועט זיך אויספעלן דערויף. אלזא, האב אינזין דעם צוועק און זע ביטע אויך אז אנדערע אידן זאלן ליינען דעם באשרייבונג.

א דאנק

גלייכצייטיג קען מען נאכפאלגן דעם אישו אויף טוויטער ביי @ProtectMMIA וואס דאס באשטייט פאר ‘באשוץ מצות מילה אין אמעריקע!’

Ois Yisruel

#7C Maple Leaf Road Monsey NY 10952

347-450-1180

 

Sign up HERE to receive my posts via e-mail. Only an e-mail address is needed to complete the sign up!

  • alan

    Why not write in English. Although I can read in Yiddish.

  • http://www.functions-online.com/ שימי

    כפארשטיי נישט פארוואס איר האלט אין איין פרעגן “די אישו איז דאך די אנדערע זייט אמעריקע?”
    וואסאמין קאשע איז דאס?!? דאף מען דען נישט זארגן פאר יידן ווייטער ווי א תחום שבת

  • Pingback: merchant services