Yiddish: רעפובליקאנער ‘שניידן’ פראגראמען

בעינאר האט געאפערט מען זאל העכערן פעל גרענטס מיט 3 ביליאן אין 2012, אבער אין די לעצטע מינוט האט ער עס ארויפ געריקט אז מען זאל עס העכערן מיט 8 ביליאן פאר 2012 און נאך 9 פאר 2013, א זאך וואס די טי פארטיי האט עס נישט געשמעקט. זיי האבן געוואלט א העכערונג פון אפשר העלפט דעם 17 ביליאן. וואס איז געווען די העדליין דערנאך? טי פארטיי וויל שניידן פעל גרענטס

ענראולמענט אין פוד סטעמפס איז געשטיגן מיט צוועלפ פראצענט די לעצטע יאר, נאכ’ן שטייגן מיט גרויסע פראצענטן די פריעדיגע עטליכע יאר. די טי פארטי זאגט מה נפשך: אויב אויסגעבן געלט איז אזוי גוט צו העלפן די עקאנאמיע, פארוואס האבן א פרישע 12 פראצענט געדארפט ארויפ גיין די לעצטע יאר? אה, פשט אז דיין פאליסי טויג נישט. נו, אפשר טוישט מהלך און געב אויס ווייניגער? איז דיין עקאנאמיע יא גוט א דאנק דיינע פאליסיס, פארוואס דארפ פוד סטעמפס ארויף גיין אזויפיל? מה נפשך דארף א העכערונג אינעם בודשעט פון זעקס פראצענט זיין גענוג. ניין? ניין! טי-פארטי וויל לאזן די ארימע מענטשן הונגערן, שרייען די העדליינס.